אויטאנאמיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אױטאָנאָמיע, פון גריכיש αὐτονομία, באדייט זעלבסטהערשאפט, אדער באשטימען געזעצן אליינס פאר זיך. די באדייט איז א טעאריע אין עטיק, און אין פאליטיק. אין אלע טעאריעס איז דער באדייט א זעלבסטשטענדיקן וועג אין לעבן, ווי אי פריוואטלעך אי אין מערערע, ווערט אליינס געשאפן אייגענע געזעצן, און באשלוסן, אן דעם ארויפצווינגען פון אנדערע.

פאליטיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין פאליטיק, ווערט עס פארעכנט אויף א געגנט, אדער א גרופע מענטשן, וואס וואוינען אין א לאנד, און זיי ווערן געגעבן די מעגליכקייט, אליינס צו פירן זייער אינערן פאליטיק, אפילו זיי זענען אונטער דער הערשאפט פון אן אנדערן לאנד.

די פאקט פון עקזיסטירונג, ווייזט אויף א געוויסע שוואכקייט, פון געהעריקן רעגירונג, וויבאלד זיי געבן די ערלויבעניש פאר אזא סארט הערשאפט צו מאכן שבת פאר זיך.

אין רוב פעלער, ווערט די אויטאנאמיע באנוצט אלס שפרינגברעט, צו באקומען פולקאמע זעלבסטשטענדיגקייט.

קורדיסטאן, האנג קאנג, און גרינלאנד זענען לענדער אדער געגנטן, וואס האבן אויטאנאמיע. די פאלעסטינער, האבן אן אויטאנאמיע אין דעם מערב ברעג און אין עזה שטרייף, וואס ווערט קאנטראלירט דורך דער פאלעסטינער אויטאריטעט.

אין טייל ערטער ווערט פארלאנגט זעלבסטשטענדיגקייט, ווי עס איז די פאל מיט די באסקן, אין צפון שפאניע. טשעטשניע, פון רוסלאנד.

אין לעבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין עטיק, ווערט אויטאנאמיע פארעכנט, אלס דער מעגליכקייט וואס א מענטש האט, דורכצופירן זיינע אייגענע באשלוסן אין לעבן, ספעציעל אין מאראלישע אומשטענדן.