אוב

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אוב (בלעז סעאנס) איז א אומנאטורלעכע פאנטאזיע פון צו אראפרופן נשמות פון געשטארבענע מענטשן אויף די וועלט.

לויט די תורה טאר מען דאס נישט טון. אבער כאטש וואס דאס איז פארבאטן לויט די תורה, נוצן זיך די "מחזירים בתשובה" מיט האט די שפיל כדי צו אויפווייזן אז עס איז דא לעבן נאךן שטארבן. לויט ווי זיי זאגן, קען מען נישט אראפבריינגען נשמות אום שבת.

עס שטייט אזוי אין מדרש אז רבי עקיבא האט געזאגט פארן הער פון רוים, ווען ער האט איהם געפרעגט א באווייז אז שבת איז אנדערש ווי אנדערע טעג, האט איהם געזאגט ער קען גיין קוקען דעם סאמבטיון, און ער קען זיך עס איבערצייגן ביי אראפ ברענגן א נשמה פון אוב, דער הער האט עס פרויבירט ער האט געברענגט זיין טאטע אראפ יעדען טאג און איהם אויסגעפרעגט, ווען עס איז געקומען שבת, איז ער נישט אראפ געקועמן, האט איהם זיין זוהן געפרעגט טאטע זייט דיין טויט היטסטו שבת ? האט איהם דער פאטער געזאגט: ווער עס היט עס נישט אויף די וועלט, דער היט עס אויף יענער וועלט.


וועב לינקס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]