אהרן יודא לייב שטיינמאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הרב אהרן לייב שטיינמאן

הרב אהרן יודא לייב שטיינמאן (געבוירן ה'תרע"ב), איז דער באליבטער מנהיג אויף דער ליטווישער וועלט, נאך דער הנהגה פון הרב יוסף שלום אלישיב. ער איז דער ראש ישיבה פון א פאר ישיבות, גאון יעקב, ארחות תורה, תורה בתפארתה אין אמאל איז הער געווען אויך דער ראש ישיבה פון פאנאוועזשער ישיבה לצעירים און ראש כולל פונעם פאנאוועזשער כולל. ער האט מחבר געווען דאס ספר איילת השחר אויף סוגית הש"ס און חמשה חומשי תורה, און ספר ימלא פי תהילתך פון שמועסן.

ער האט געהייראט טעמא קארנפעלד (נפ' תשס"ב), אן אייניקל פון משה חיים ראטנבערג פון כענטשין.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב אהרן לייב איז געבוירן געווארן תרע"ז אין בריסק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס) צו זיין פאטער נח צבי שטיינמאן, שמש אינעם בריסקער בית דין, און זיין מוטער גיטל פייגא. אין תרצ"ז האט ער באקומען אן איינלאדונג פון הרב באטשקא, ראש ישיבה אין מאנטרע, שווייץ; אזוי האט ער זיך געראטעוועט פון דער רוסישער מיליטער.

הייליג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כאטשיג ער איז ווייט פון א חסיד, שפיגלט ער אפ א הייליג לעבן אנדערשט פון די אנדערע ליטווישע מנהיגים, און איז מיט זיין הנהגה כאילו א רבי,

  1. ער קעמט זיך נישט אויס די בארד, און דאס איז טאקע פארקניפט,
  2. ער וואוינט זייער ארים און באשיידן, איין צימער וואס זיין בעט דינט אויך אלס דאס בענקל לעבן דעם טיש ווי ער נעמט אויף און לערנט.
  3. ער פאסט אסאך תעניתים. און ער איז א עניו וואס האלט זיך קליין פונקט ווי יעדן מיט א שמייכל. זיינע אנהענגער רופן אים בלשון חיבה ר' ארון ליב.
  4. כאטשיג ער פירט היינט צוטאגס די גאנצע פאליטיק פון דער ליטווישער וועלט , איז ער א מוראדיגער שטילער מענטש וואס האט נאך קיינמאל נישט גערעדט קעגן קיינעם.


קנאים קעגן אים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זייענדיג א מנהיג פון דער תורה וועלט האט ער זיך צוגעקוקט פון די נאנט דאס שווערע מצב הפרנסה פון דער תורה וועלט אין בני ברק און אין גאנץ ארץ ישראל, אויכעט די חורבן וואס די שוואכערע בחורים מאכן אן אין ישיבות, (און אויכעט נאך טעמים אין די אינטערוויסן), האט ער געשטיצט די עסקנים צו ערלעדיגן אז פרומע אידן זאלן גיין דינען אין דער מיליטער.

דאס האט אים געמאכט שונא נומער 1 פון די קנאים און אנטי ציונים צוליב זיין זאגן אז ער שטיצט די נחל החרדי און חוק טל, ותכנית הליבא, אבער ער שרעקט זיך נישט פון זיי, די ליטווישע האלטן דאס נישט אויס וויאזוי מ'קען פארשעמען ר' אהרן ליב.