אהן פיאות

פֿון װיקיפּעדיע

אהן פיאות איז א וועב-זשורנאל געאייגענט פאר חוזרים בשאלה בעיקר פון חסידישע קרייזן.

דער נאמען איז א געלונגענעם ווערטער שפיל ווייל סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש - unpious - האט דאס אן אפטייטש דאס מיינט אומהייליג (הגם דאס ריכטיגע ווארט איז impious).

די אייגנארטיקייט פון דעם בלאג איז אז איינשטאט ווי געווענטליך, אז יעדער רעדט זיך אליין אויס אויף זיין אייגענעם בלאג, האט מען קאנציטרירט עטליכע בלאג שרייבערס אינאיינעם, ווי צ.ב.ש. פן תווקש און יונדב און נאך, אינטער איין דאך. א טייל שרייבן פילאסאפיש און א טייל ציניש, א טייל מיט הומאר און א טייל רעגן גאר אויף.

עס איז געגרינדעט געווארן דורך האסידיק רעבעל און שטריימל (בלאג) מיטן ציל אוועקצושטעלן א פאראייניגטן פלאטפארם פאר שרייבעריי פון די וואס האבן פארלאזט, בפועל אדער במחשבה, די חרדישע וועלט.

װעבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]