אדיקציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אַדיקציע איז א סיטואציע פון פסיכאלאגישער אדער פיזישער אפהענגיקייט צו א סובסטאנץ אדער אן אקטיוויטעט. די אדיקציע ווײַזט זיך אויס מיט א צוואנג־אויפפיר צו באקומען וואס די אדיקציע פאדערט, אויך ווען דאס פירט צו נעגאטיווע קאנסעקווענצן, למשל נישט שלאפן אדער נישט באטייליקן אין דער געזעלשאפט.

באקאנטע אדיקציעס זענען רייכערן, אלקאהאל און נארקאטיק, וואס זענען פיזיש, ווי אויך אזארטשפיל און אינטערנעץ־באניץ.

ביי פיזישע אדיקציעס קען דער מענטש ווערן קראנק ווען ער באקומט נישט וואס דער קערפער פאדערט. דער סובסטאנץ גייט אריין אינעם בלוט־שטראם און ווערט געפירט צום מוח, וואו ער שאפט א געפיל פון הנאה. מיט טייל נארקאטיק, ווי קאקאין און חאשיש, הייבט אן די אדיקציע נאך איין אדער צוויי מאל, און דער מענטש ווערט פארשקלאפט צו דעם.

אדיקציע קען אויך ווערן א פראבלעם ווען א מענטש דארף נעמען מעדיקאמענטן צו קאנטראלירן שמערצן, און מען ווערט אדיקטירט צום מעדיקאמענט.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אדיקציע