אדאבי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לאגא

אַדאָבי (ענגליש:Adobe) איז א קאמפיוטער פראגראם פירמע, וואס האט זיך געעפנט אום דעצעמבער 1982, דורך דזשאן ווערנאק און טשארלס געטשקי.

די ביידע האבן געעפנט אדאבי נאכן פארלאזן די זיראקס פארק כדי צו עפענען א פרישע עפאכע פון קאמפיוטער ווייכווארג אויפן פאסטקריפט שפראך, וואס איז בעיקר נוצליך צו דרוקן אילוסטראציע און טעקסט.

די פירמע נאמען "Adobe" איז נאכן טייך אדאבי (Adobe Creek) וואס איז געווען נעבן דעם הויז פון איינער פון אירע גרינדער. די הויפטקווארטיר איז אין שטאט סען דזשאסע אין קאליפארניע. אין יאר 2004 האבן אדאבי ארבעטער זיך געציילט צו 4000, מער ווי האלב אין סען דזשאסע. אדאבי האט נאך פיליאלעס אין אנדערע שטעט.

ביזן יאר 2005 זענען מאקראמעדיע און אדאבי געווען קאנקורענטן, וויבאלד ביידע האבן פאבריצירט גראפיקס פראגראמען. יענע יאר האט אדאבי אפגעקויפט מאקראמעדיע, און אין אדאביס וועבזייטל קען מען טרעפן לינקען צו מאקראמעידיע און אויך פארקערט.

פראדוקטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פראדוקטן אינעם פארגאנגענהייט פון מאקראמעדיע:

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]