אגרת שלמה

פֿון װיקיפּעדיע

אגרת שלמה איז א ספר וועגן דער פרוכטער משפחה, ארויסגעגעבן אין יאר תש"כ אין ירושלים, דורך ר' שלמה פרוכטער, וואס האט אויך מחבר געווען די ספרים דברי שלמה און פרי שלמה.

דאס ספר איז צוטיילט אויף צוויי חלקים: חלק א' איז א ספר היוחסין פון די דריי ברידער שלמה פרוכטער, מרדכי שטערן און אברהם אדלער. אייניקלעך פון ר' הערשעלע טשארטקאווער.

דער צווייטער חלק באשטייט פון מוסר בריוון וואס ער האט געשריבן פון א"י צו זיין פאמיליע אין אמעריקע.