אברהם פינטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

הרב אברהם יהושע העשיל פינטער (געב' תש"ח בערך) איז דער מנהל פון דער יסודי התורה מיטלשולע פאר מיידלעך אין סטאמפארד היל, און א חשובער עסקן אין דער סטאמפארד היל חרדישער קהילה. ער איז אפטמאל געבעטן פון דער נאציאנאלע מעדיע איבערגעבן די מיינונג פון חרדישע יידן. ער איז אמאל געווען א מיטגליד אין דער לאנדאנער בארא פון האקני ראט, פון דער לייבאר פארטיי.

אברהם פינטער איז דער צווייטער זון פון הרב שמואל שמעלקע פינטער, מנהל פון די יסודי התורה שולעס אין לאנדאן קרוב צו 50 יאר, און רב פון דעם ישועות חיים בית המדרש.

אברהם פינטער האט געהייראט חיה גיטל רחל בעק (תש"ז - י"א אדר ב' תשע"ד), א טאכטער פון רבי משה יעקב בעק, דער אפשער רב.

הרב פינטער איז א קוראטאר פון דער התאחדות קהלות החרדים אין לאנדאן.