אברהם ישעיהו קארעליץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער חזון איש

רבי אברהם ישעיהו קארעליץ (י"א חשוון ה'תרל"ט, 1878, קאסעוו - ט"ו חשוון ה'תשי"ד, 1953, בני ברק), איז געווען איינער פון די פירער פון יידנטום אין ארץ ישראל, און דער מחבר פון די ספרים חזון איש.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי אברהם ישעיהו איז געבויגן געווארן י"א חשוון תרל"ט אינעם שטעטל קאסעוו, ליטע, (דעמאלסט אין גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע, היינט אין בריסקער גובערניע, בעלארוס) צו זיין פאטער, הרב שמריהו יוסף קארעליץ, קאסעווער רב, און זיין מוטער, ראשא לאה, א טאכטער פון הרב קאצנעלבויגן, רב פון קאסעוו און דערנאך פון קאברין.