אברהם דאנציג

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אברהם דאנציג (ה'תק"ח - ד' תשרי ה'תקפ"א) איז געווען דער מחבר פון די ספרים חיי אדם און חכמת אדם.

לעבענסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן אין יאר תק"ח צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל אין דער שטאט דאנציג (היינט גדאנסק, פוילן). אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט ביי הרב יוסף ליבערמן. צו אכצן יאר איז ער אריבער צו לערנען ביי דעם נודע ביהודה. אין יענער תקופה האט ער אויך חתונה געהאט. נאך זיין חתונה האט ער געצויגן קיין ווילנא וואו ער האט פארדינט זיין פרנסה אלס א סוחר און ער איז געווען א נישט אפיציעלער רב. ט"ו כסלו תקס"ד איז ער שטארק פארוואונדיקט אין א פולווער אויפרייס; אזוי ווי ער איז ניצול געווארן מיט זיין לעבן האט ער אוועקגעשטעלט דעם טאג אלס א יו"ט פאר זיך און זיינע יוצא חלציו. פון יאר תק"ע איז ער געווארן אויפגענומען אפיציעל אלס א דיין און מורה הוראה אין ווילנא.

הרב אברהם דאנציג איז געווארן א מחותן מיט דער משפחה פונעם ווילנער גאון ווען זיין זון רבי יצחק האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי יהודה לייב (דעם גאון'ס א זון).

ער איז נפטר געווארן ד' תשרי תקפ"א ביי דער עלטער פון דריי און זיבעציג. ס'איז דא א רמז פון דעם נאמען פון זיין עיקרדיקער ספר "חיי אדם" וואס האט גימטריא דריי און זיבעציג.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט אויך געוואלט ארויסגעבן א קיצור פון דיני ממונות מיטן נאמען משפטי צדק און א קיצור פון דינים אין אבן העזר מיטן נאמען בית הנשים, אבער ער האט נישט געענדיקט די ספרים; וואס ער האט יא געשריבן פון די ספרים איז געדרוקט אין דעם חכמת אדם.

ער האט איבערגעלאזט כתבי ידות פון די חיבורים וואס ער האט געשריבן אויף איוב און משלי.

דרויסנדיקע פארבינדונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]