אברהם גרשון פון קיטוב

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

הרב אברהם גרשון פון קיטוב, באקאנט אויך אלס הרב גרשון פון בראד, איז געבוירן מסתמא אין (אדער נישט ווייט פון) קיטוב אין פוילן (היינט אוקראינע) בערך אין יאר ה'תס"א, און נפטר געווארן אין ירושלים אין ה'תקכ"א. ער איז געווען א שוואגער פון בעל שם טוב.


משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אברהם גרשון איז געווען אן אייניקל פונעם ש"ך. אזוי ווי זיין פאטער הר"ר אפרים פון קיטוב איז אברהם גרשון געווען א דיין אין איינעם פון די פיר בתי דינים פון בראד. טאקע דארט האבן זיי באגעגנט דעם בעל שם טוב. לויטן ספר „שבחי הבעש"ט" האט זיין פאטער מסכים געווען אלס שכיב מרע אז דער בעל שם טוב זאל חתונה האבן מיט זיין (אפרים'ס) טאכטער חנה. אברהם גרשון האט דאס אבער נישט געוווסט ביז דער בעל שם טוב האט אים געוויזן די תנאים.

אברהם גרשון איז געווארן זייער חשוב אין דער בראדער קהילה. א שטיק צייט איז ער געווען דער חזן. ער האט נישט געהאלטן פון זיין שוואגער וואס ער האט געהאלטן פאר אן עם הארץ. ס'איז גאנץ מעגלעך אז ער איז געווען דער גורם פארוואס מ'האט פארטריבן דעם בעל שם טוב פון בראד ביז ער האט זיך באזעצט אין מעזשביזש. נאך דעם התגלות פונעם בעל שם טוב איז אברהם גרשון געווארן פון זיין שוואגער'ס גרעסטע חסידים.

זיין זון ר' יקיר איז נפטר ו' כסלו ה'תקל"ט (און זיין אייניקל אברהם גרשון, נפטר י"ב אדר ה'תק"ע) און ליגט לעבן אים אויף הר הזיתים. נאך א זון, ר' חיים אהרן, איז נפטר כ"ג ניסן ה'תקל"ג און ליגט אין טבריה. זיינע אנדערע זין, קינדער פון זיין זיווג ראשון - משה, יצחק, אפרים פישל און יהודה לייב דער מגיד פון לאדיזין - זענען געבליבן אין חו"ל.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין תק"ה האט הר"ר אברהם גרשון ארויסגעגעבן א פסק וועגן א שנור פון א גרויסן גביר אין שטאט וואס האט מזנה געווען. דער גביר איז געווען גוט מיטן פריץ און הר"ר אברהם גרשון איז געווען געדרוקט צו אנטלויפן פון בראד ווו מ'האט אים געסטראשעט מין א גרויסן שטראף. ער האט געמאכט פליטה קיין מעזשביזש, דארטן האט דער בעל שם טוב אים איבערגעגעבן זיין איינציגן זון הירשל (צבי) מחנך צו זיין.

אין ה'תק"ז האט ער געוואנדעט קיין ירושלים. ער איז געווען פון די ערשטע חסידים וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל. ער איז געווארן שטארק מקורב צו די ספרדים בכלל און צו די מקובלים בפרט. זעקס יאר האט ער געוואוינט אין חברון. אין ה'תקי"ג האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים, דארט האט ער געלערנט אין דער ישיבת בית אל פון די מקובלים.

פטירה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין כ"ה אדר א' ה'תקכ"א איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים קובר געווען אין הר הזיתים. נאך דער זעקט טעג מלחמה אין ה'תשכ"ז האט מען אנפלעקט זיין קבר, ווי אויך דעם קבר פון זיין זיווג שני, בלומא.

תלמידים פון בעש"ט

אברהם פאדלוסקער · אברהם פון מעזשביזש · אברהם אבא פון דוביסאר · אברהם אבא פון לובלין · אברהם אבא פון קריבוש · אברהם גרשון פון קיטוב · אברהם שמשון פון ראשקאוו · אהרן פון מעזשביזש · אהרן משרת · אהרן הגדול פון קארלין · אהרן פון קיטוב · אליהו פון סאקאלובקי · אליעזר פון טאמאשפאלי · אלכסנדר סופר · אריה לייב פון שפאלע · בנימין פון זאלאשיץ · ברוך פון מעזשביזש · ברוך פון קאמינקא · גרשון פון פאווליץ · דוב בער פון זאסלאוו · דוב בער פון מעזריטש · דוד פון חאלאדאווקע · דוד פון ליניץ · דוד פון מיקאלייאוו · דוד פון קאלאמייע · דוד פון שאריגראד · דוד היילפרין פון אוסטראה · דוד לייקעס  · דוד מגיד פון טולטשין · דוד פירקוס · זאב פון אליק · זאב וואלף קיצעס · זעליג פון לאטושוב · חיים פון קראסנא · חיים מגיד פון ליניץ · יהודה ליב פון פולנאה · יואל פון פראטהור · יואל פון נעמיראוו · יודל פון טשודנוב · יונה פון אוסטראה · יונה פון פולוצק · יונה פון קאמינקא · יוסף פון דראהאביטש · יוסף פון זורניץ · יוסף פון קאמינקא · יוסף אשכנזי · יוסף יואל פון סטעפאן · יוסף יוזפא פון אוסטראה · יוסף משה פון מעזשביזש · יוסף מלמד פון חמעלניק · יוסף ספראוועדליווער פון פיסטין · יחיאל מיכל פון האראדנע · יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · יעקב פון האניפאלי · יעקב פון מעזשביזש · יעקב יוסף פון אוסטראה · יעקב יוסף פון פולנאה · יעקב קאפל חסיד · יצחק פון דראהאביטש · יצחק פון מעזריטש · יצחק דוב מרגליות פון יאזלאוויץ · ישכר בער פון ליובאוויטש · ישכר פון קישינאוו · ישעיהו פון יאנאוו · ישראל חריף פון סאטינאוו · לייב שרה'ס · לייב קעסלער · ליפא פון חמעלניק · מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן · מאיר מרגליות פון אוסטראה · מנחם מענדל פון באר · מנחם מענדל פון דוביסאר · מנחם מענדל פון וויטעבסק · מנחם מענדל פון פרעמישלאן · מנחם מענדל פון קאלאמייע · מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · מרדכי פון זאסלאוו · משה פון קיטוב · משה פון שאטנאווע · משה פון שדה חדש · משה קעדס · משה שהם פון דאלינא · משה חיים אפרים פון סדילקאוו · נחמן פון האראדענקע · נחמן פון קאסאוו · נטע פון אוורוטש · ניסן כ"ץ פון דווארט · פאלק פון טיטשלניק · פנחס שפירא פון קאריץ · צבי חסיד פון זלאטשאוו · צבי סופר · צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב · צבי הערש פון אוסטראה · צבי הערש פון קאמינקא · שמואל פון קאמינקא · שבתי פון ראשקאוו ·