אברהם אביש הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אברהם אביש הורוויץ, הי"ד (ה'תרנ"ז - ה'תש"ד) איז געווען דער קראליער רב.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אביש'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ז, צו זיין פאטער הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יהודה הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער, מרת רעכיל א טאכטער פון הרב אביש קאנער פון סאניק.

זיין יוגנט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שוין פון זיינע יונגע יארן האט זיך רבי אביש'ל אויסגעצייכנט מיט זיין שארפן קאפ, זיין פלייסיגקייט, זיין יראת שמים און זיין עניוות. ער איז געווען א געדאלדיגער מענטש און א פארנעמער, אן "אוהב שלום ורודף שלום". ער איז געווען באהאפטן צו די גמרא, א געוואלדיגער פרומער, זיין דאווענען און לערנען איז געווען שטענדיג מיט א ברען. ער האט געהאט היתר הוראה פון הרב שמואל ענגיל, דער ראדאמישלער רב און פון הרב מאיר יחיאל הלוי האלשטאק, דער אסטראווצער רב.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען רבי אביש'לס שווער דער חקל יצחק איז אנטלאפן קיין מונקאטש ביי די ערשטע וועלט קריג, האט רבי אביש'ל געדינט אלס רב אין ספינקא. אויך איז ער א געוויסע צייט געווען רב אין רעמיט, זיבנבערגן.

קראלי רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרצ"ד ווען דער דאמאלסדיגער קראלי רב - הרב יואל טייטלבוים - איז געווארן רב אין סאטמאר, האט קאנדידירט פאר דעם קראלי רבנות, הרב שמואל גראס, ער האט געהאט די שטיצע פון דעם פריערדיגען רב'ס אנהענגער, מערסטענסטייל סיגוטער חסידים. דערגעגען האט קאנדידירט רבי אביש'ל, וואס ער האט געהאט די שטיצע פון זיין שווער'ס אנהענגער, מערסטענסטייל ספינקער חסידים. ווען רבי אביש'ל האט געווינען ביי די וואלן, האבן זיינע קעגנערס נישט געוואלט אקסעפטירן די רעזולטאטן.

דער אויסרייד אויף וואס רבי אביש'לס קעגנערס האבן זיך פארריפען איז געווען א פאראגראף אין די שטאטוטין פון די געמיינדע איינגעפירט דורך א פריערדיגען רב אין קראלי רבי שאול בראך, אז די וואס פירן זיך נישט הונדערט פראצענט לויט די שטאטוטין פון די געמיינדע זענען נישט בארעכטיגט צו וועהלן פאר א נייעם רב. אנווייזנדיג אויף דעם פאראגראף האבן רבי אביש'לס קעגנערס געאורטיילט אז ווארשיינליך זענען א מערהייט פון די מענטשן וואס האבן געוועלט רבי אביש'ל נישט געווען בארעכטיגט צו וועהלן, און ווארשיינליך זענען א מערהייט פון די מענטשן וואס האבן יא געוועלט קעגען רבי אביש'ל יא געווען בארעכטיגט צו וועהלן.

רבי אביש'ל האט געהאט גרויס עגמת נפש פון דעם קריגעריי, ספעציעל פון די נאכפאלגן וואס זיינע קעגנערס האבן אויסגעאיבט אויף אים, ער האט געוואלט אוועק פון דארט, נאר זיינע אנהענגער האבן אים נישט צוגעלאזט. אין יאר ה'תרצ"ה איז געדריקט געווארן א שארפען קונטרס "ברוך מתיר אסורים" ארויסגעגעבען דורך דער ארטאדאקסישער קראלי געמיינדע ווי זיי באשרייבן דעם גאנצן פייער און האבן דארט אפגעדריקט די בריוון פון די רבנים וואס האבן געהאלטן מיט רבי אביש'ל און מיט שארפע אויסדריקען פארדאמט זיינע קעגנערס. צווישן זיי איז, זיין שווער דער חקל יצחק, רבי שמעון סופר פון ערלוי, דער לבושי מרדכי, דער מונקאטשער רב מנחת אלעזר, דער איהעלער רב ר' דוד דוב מייזליש בעמח"ס בנין דוד, און נאך א גאנצע ליסטע.

רבי אביש'ל האט אויפגעשטעלט די ישיבה "בית אברהם" אין קראלי, ווי ער האט פארגעלערנט שיעורים פאר אומגעפער הונדערט בחורים.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אביש'ל איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין אוישוויץ, י"ב סיון ה'תש"ד, הי"ד.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אביש'ל האט געהייראט מרת הינדא שיינדל הי"ד, די איינציגע טאכטער פון הרב יצחק אייזיק ווייס, רב אין ספינקא. זייערע קינדער:

וועבלינק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור 273
  2. פנינה מייזליש, רבנים שנספו בשואה הורוביץ, אברהם אביש, בן נפתלי
  3. אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. אמה של מלכות: הרבנית פערל ווייס ביי אידישע טעגליכע נייעס]