אשכנזים
אַשכּנזים זענען ייִדן, װאָס שטאַמען פֿון דער צענטראַלער און מזרח־אײראָפּע. די אַשכּנזישע קולטוראַלע מסורות זענען פֿאָרמירט געװאָרן אין מיטל־עלטערישן דײַטשלאַנד (אַשכּנז) און אױך אין פֿראַנקרײַך (צרפֿת). זינט 19טן יאָר־הונדערט ביז צו טאָג זענען די אַשכּנזים גרעסטע עטנישע גרופּע ייִדן.
אינהאַלט |
דער נאָמען "אַשכּנז" [באַאַרבעטן]
מיט דעם װאָרט "אַשכּנז" האָט מען אין מיטל־עלטערער ליטעראַטור באַצײכענט אַלע דײַטשיש־רײדנדיקע לענדער, און אַזױ האָבן די ייִדן, װאָס זענען אין דאָזיקע שטחים געװױנט, באַקומען זײַן נאָמען. די דײַטשע אַשכּנזים (אַשכּנז א) האָבן דעם נאָמען איבערגעטראָגן אױף מזרח צוזאַמען מיט זײַן קולטור.[1][2]
לכתּחילה איז "אַשכּנז" געװען אַ נאָמען פֿון אַ תּנ״כישער פּערזענלעכקײט און אַ פֿאָלק. אין ספר בראשית איז אַשכּנז אײנער פֿון די זין פֿון גומר, דעם זון יפֿתנס.
שפּראַכן [באַאַרבעטן]
דאָס רובֿ אַשכּנזים פֿלעגן רעדן ייִדיש פֿאַר דער צװײטער װעלט מלחמה. הײַנט רעדן זײ בכּלל אַנדערע שפּראַכן (ענגליש, רוסיש וכדומה) אין לענדער פֿון גלות און מאָדערנעם העברעיש אין מדינת ישראל, הגם דאָס ייִדיש איז נאָך די שפּראַך פֿון פֿרומע קרײַזן און אױך פֿון עלטערע מעטנשן. אין מערבֿ־אײראָפּע האָבן די אַשכּנזים אױפֿגעהערט צו ניצן דאָס ייִדיש אַפֿילו פֿריער, אונטער דער השפּעה פֿון השׂכּלה.[1]
פֿאַרן ייִדיש פֿלעגן די (פּרע־)אַשכּנזים באַניצן לעזישע שפּראַכן אין מערבֿ־אײראָפּע, בעת די ייִדן אין סלאַװישע לענדער (כּנענים), װאָס זענען שפּעטער אַסימילירט געװאָרן דורך אַשכּנזים, האָבן גערעדט אַ פּנים סלאַװישע שפּראַכן.[1][3][4] לױט די טעאָריעס פֿון הירשע דוד קאַץ האָט טײל אַשכּנזים אינעם מיטל־עלטער גערעדט אַן אַנדער דײַטשיש־באַזירטע שפּראַך (אין לותיר, אזױ גערופֿענע "בני־הית"[5]) און ייִדיש גופֿא איז גערעדט געװאָרן תּחילת אין דרום־מזרחדיקן דײַטשלאַנד, װוּ די ייִדן האָבן פֿריִער באַניצט אַראַמיש אַלץ זײער טאָגטעגלעכע שפּראַך.[6][7] (חוץ דעם, עטלעכע אַנדערע מחברים האַלטן, אַז ייִדיש איז יאָ געבאָרן געװאָרן אױף דונײַ ברעגן.[8][9])
אורשפּרונג [באַאַרבעטן]
צוליב דער לאַנגער געשיכטע פֿון אַשכּנזישע ייִדן אין אײראָפּע און מטושטשע עטנישע באַציִונגען צװישן פֿאַרשײדענע ייִדישע קיבוצים איז דאָס אַפּריִאָרי אין גאַנצן נישט בפֿירוש, אַז זײ גענעטיש שטאַמען פֿון מיטלן מיזרח. די דאָזיקע סיבה איז געװאָרן אַ תּירוץ פֿאַר כּלערלײע ספּעקולאַציעס (צו מאָל מיטן אַנטיסעמיטישן אָדער אַנטיציוניסטישן בכן) װעגן דעם ענין, אָבער אױך פֿאַר ערנסטע היסטאָריאָגראַפֿישע און גענעטישע אונטערזוכונגען.
פֿאַרשײדענע טעאָריעס פֿונעם אָפּשטאַם פֿון (מיזרח־אײראָפעישע) אַשכּנזים זענען ענג פֿאַרבונדן מיטן פֿאַקט, אַז די אַשכּנזים פֿון דײַטשישע לענדער, װאָס האָבן מיסד געװען דעם "אַשכּנז ב" (די ייִדישע קהילה אין מיזרח אײראָפּע) האָבן דאָרטן געטראָפֿן אַ ייִדישע באַפֿעלקערונג, אַ פּנים אַזױ גערופֿענע כּנענים. מען האָט גאַנץ װײניק ידיעות װעגן כּנענים בכּלל און זײער צאָל בפֿרט, אָבער דװקא דאָזיקע פּרע־אַשכּנזישע באַפֿעלקערונג, לױט השערות, איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דער היפּשער פֿאַרגרעסערונג פֿון אַשכּנז ב, װאָס מען װײס שױן פֿון 16טן י״ה, באשר די דײַטשישע קהילה איז געװען אַ קלײנע אין צאָל. די דײַטשישע אַשכּנזים, טראַכט מען, אַלײן קומען פֿון צרפֿת און איטאַליע, ד״ה פֿון דער ראָמאַנישער ספֿערע און תּחילת פֿון ארץ ישׂראל. אָבער דער ייחוס פֿון כּנענישע ייִדן, װאָס זענען קולטורעל אַסימילירט געװאָרן דורך דײַטשישע אַשכּנזים, איז דאָ דער הױפּט פֿרעג. די עיקרדיקע עטנישע מקורים, װאָס מען איז זײ משער פֿאַר דער אורשפּרונג פֿון פּרע־אַשכּנזישע ייִדן אין מיזרח אײראָפּע, זענען:
- דײַטשישע ייִדן װאָס זענען פֿריער געקומען אין דאָזיקע שטחים[1][10],
- ביזאַנטישע ייִדן[11][12],
- כּוזרים[13][14],
- די אָדער יענע סלאַװן[14][15],
- אַנדערע פֿעלקער.
רעפֿערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 װײַנרײַך מ (1973) געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך: באַגריפֿן, פֿאַקטן, מעטאָדן. ייִװאָ, ניו יאָרק, אין 4 בענדער. (ציטירט פֿון Weinreich M (2008) History of the Yiddish Language, Yale University Press)
- ↑ קאַץ ה־ד (1998) פאַרװאָס הײסן מיר "אשכנזים"? ירושלימער אַלמאַנאַך 26: 235–249
- ↑ Jacobs NG (2005) Yiddish: A Linguistic Introduction. Cambridge University Press, 348 pp
- ↑ Wexler P (1987) Explorations in Judeo-Slavic Linguistics. E.J.Brill, Leiden, 289 pp
- ↑ װײַנרײַך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכּנז: די פּראָבלעם — און װאָס זי לאָזט אונדז הערן. ייִװאָ בלעטער 41: 102–123
- ↑ Katz D (1985) Hebrew, Aramaic and the rise of Yiddish. In: JA Fishman (ed) Readings in the Sociology of Jewish Languages: 85–103
- ↑ Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. Trans Philol Soc 89: 95–121
- ↑ King RD (1992) Migration and linguistics as illustrated by Yiddish. In: Reconstructing Languages and Cultures: 419–439
- ↑ Eggers E (1998) Sprachwandel und Sprachmischung im Jiddischen. Frankfurt am Main: Peter Lang, 494 pp
- ↑ van Straten J (2004) Jewish migrations from Germany to Poland: The Rhineland hypothesis revisited. Mankind Quarterly 44: 367–384
- ↑ Kulik A (2011) The Jews of Slavia Graeca: the northern frontier of Byzantine Jewry? In: Bonfil R, Irshai O, Stroumsa GG, Talgam R (eds) Jews in Byzantium: Dialectics of Minority and Majority Cultures: 297–314
- ↑ Kulik A (2008) Judeo-Greek legacy in medieval Rus'. Viator 39: 51–64
- ↑ Brook KA (2006) The Jews of Khazaria, 2nd Edition. Rowman & Littlefield, 317 pp
- ↑ 14.0 14.1 van Straten J (2011) The Origin of Ashkenazi Jewry: The Controversy Unraveled. de Gruyter, 234 pp
- ↑ Wexler P (1993) The Ashkenazic Jews: A Slavo-Turkic People in Search of a Jewish Identity. Slavica Publ, 306 pp